6/26/2006

איראן און צפון קארעא

זי שרייט טאקע זייער הויך און קומט כסדר אויף מיט פרישע המצאות ווי צו ציען די אויפמערקזאמקייט אין איר ריכטונג; פארט האלט איך אז צפון קארעא שטעלט מיט זיך נישט פאר קיין סכנה - נישט פאר אירע שכנים, שוין אפגערעדט פון דער איבעריגער מערב וועלט.
ווען דער קאמוניזם האט געהאט זיין באזע אינעם סאוויעטן פארבאנד, איז געווען אנדערש. ראשית כל, איז דער סאוויעטן פארבאנד געווען באטראכט ווי א גרויסמאכט גלייך מיט די פאראייניגטע שטאטן, און שטייענדיג אויף די צוויי זייטן פון אידאלאגיע זענען די צוויי גרויסמאכטן געווען ערנסטע קאנקורענטן. ס'האט געהערשט א רייץ ביי ביידן איבערצואווייזן אז זיין שיטה איז די גערעכטע, די אויסגעהאלטענע, און ביידע האבן געפרואווט עס דעמאנסטרירן אויף יעדן אופן, ביי יעדער געלעגנהייט. די פיינטליכע אטמאספער וואס האט געהערשט צווישן די צוויי לאגערן האבן נאר צוגעגעבן צו דער מורא פון א מיליטערישער קאנפראנטאציע צווישן די צוויי נוקלעארע מאכטן.
קאמוניזם ווי א וועלט אידאלאגיע איז אבער שוין אונטערגעגאנגען. די דאזיגע שיטה איז ווייט מער נישט קיין קאנקורענץ פאר דעמאקראטיע. צפון קארעא איז אויך נישט קיין גרויסמאכט און זעט אין די פאראייניגטע שטאטן נישט קיין קאנקורענט. דער טומעל וואס דאס דאזיגע לענדל מאכט איז נאר כדי צו ציען אויפמערקזאמקייט פון אמעריקע און דער וועלט. איך גלייב נישט אז קארעא האט אין פלאן ממשות'דיג צו טשעפען עמיצן.
די אמת'ע סכנה איז איראן. דארט הערשט אן אידאלאגיע אונטערגעבעט מיט א שרעקליכן האס קעגן דער מערב וועלט, אין שפיץ פון די פאראייניגטע שטאטן. דער געיעג נאך נוקלעארן וואפן קומט אך ורק מיט'ן ציל עס צו ניצן - בפועל, אדער אפילו בלויז אלס שרעק-מיטל קעגן דער מערב וועלט.
די צרה איז וואס דער איראנישער הערשער איז ווייט פון א טיפוש. ער האט קלאר ארויס דעם אנגעשטרענגטן מצב וואס הערשט צווישן די דעמאקראטישע גרויסמאכטן און ניצט אים אויס צו זיין בענעפיט. ער פארשטייט גוט די שוואכקייט וואס מערב-וועלט לענדער אין אלגעמיין האבן כלפי דעם משוגעת המכונה "דיפלאמאטיע", און ארבעט דערמיט נאכ'ן געברויך.
וואס דארף נאך געשען כדי די וועלט זאך זיך נעמען אין די הענט אריין און באזייטיגן די סכנה איידער זי גייט ארויס פון קאנטראל?

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה