Thursday, May 22
Tuesday, April 15
Monday, April 14
Sunday, April 13
ויקרא שמם בישראל שלאף-צימערן


(דאס פאלגנדע קומט געזינגען צו ווערן מיט'ן ניגון פון "ואני".) וועעעעעסטו דאך אוודאי פרעגן מיט וואס איז דאס מער שלאף-צימער ווי וואק-אין קלאזעט, וועל איך דיר ענטפערן, אז דער דעוועלאופער האט ברוב רחמיו וחסדיו אריינגעווארפן א פענסטערל ערגעץ-וואו ביים ווינקל. ווייייילסטו דאך אוודאי פארשטיין וואס איז דער אויפטו פון א פענסטער ווען עס קוקט אין ערגעץ נישט ארויס אויסער א ציגעלנער וואנט, וועל איך דיר ענטפערן, "דריי נישט קיין קאפ; מוזט די דירה נישט נעמען. איך האב א ליין מיט מענטשן וואס ווארטן מיט א דאון-פעימענט אין די הענט..."
לאמיר אלע זינגען אינאיינעם: וויליאמסבורג, א מחי' גאר! וואוינען דארט שיינע אידן, אויף מיינע שונאים אזא יאר...
Wednesday, April 9
Tuesday, April 8
Thursday, April 3
כל האינטערנעט כולו אויפ'ן בלעקבערי
איך האב זיך אנגעשטויסן אין א וועבזייטל מיט'ן נאמען מאַוזער, וואס פארמאגט אזא "פענסטערל" אין וועלכן איר קענט אריינשטעלן יעדן אינטערנעט אדרעס, און מאוזער וועט קאנדענסירן און אהערשטעלן דאס זייטל געאייגנט ספעציעל פאר'ן בלעקבערי.
א גרויסע מעלה מיט מאוזער איז אז ער איז נישט קיין סאפטוועיר וואס דארף אינסטאלירט ווערן אינעם בלעקבערי. גייט צו http://mowser.com/ פונעם בלעקבערי, לייגט אים אוועק אין די פעיוואריטס.






