10/22/2012

וואו איז דער באשעפער?

מלאכים, שרפים, חיות ואופני הקודש פרעגן: וואו איז דער  באשעפער? אוי וויי, וואס ענטפערט מען זיי: "לית אתר פנוי מיניה."
מלאכים, שרפים, חיות ואופני הקודש פרעגן: וואס איז דער באשעפער? אוי וויי, וואס ענטפערט מען זיי: "לית  מחשבה תפיסה ביה כלל.


א ג-ט וואס איז אין סוף אין יעדן הינזיכט און אופן ווי דער פראז קען נאר פארשטאנען ווערן, קען קיינמאל נישט באגריפן ווערן. געפינען מיר דאך אבער אזעלכע זאכן ווי "דביקות בהשם", דאווענען צום אויבערשטן, און נאך. וואס איז פשט: ווי קען א מוגבל האבן שייכות, קאנטאקט, מיט א וועזן וואס איז באמת כולל דעם עצם עקזיסטענץ פון דעם אייגנליכן מענטש, וואס זוכט צו מאכן אט אזא קאנטאקט? 

איז דער אמת אז לעולם וואלט אזא זאך אוממעגליך געווען. און נישט נאר וואלט עס בפועל נישט געווען מעגליך, נאר מיר וואלטן ניטאמאל געמעגט אזוי טראכטן. די סיבה פארוואס מיר מעגן דאווענען, רעדן צו ג-ט, איז ווייל ער אליין האט אונז דערויף געגעבן רשות. און דאס איז אויך די סיבה פארוואס מיר קענען באווייזן צו אנטוויקלען אזא מין "שייכות", וואס איז לעולם אוממעגליך. 

וויל זיך אבער נאך אלץ פארשטיין וויאזוי די זאך "ארבעט": וואס איז די "מעכאניזם" פון דעם דאזיגן פראצעס, דביקות בהשם? 

דער ענטפער אויף דעם ליגט אינעם ענטפער פונעם פריערדערמאנטן ניגון (וואס ווערט מיוחס, דאכט זיך, צום ריזינער. דער ענטפער זעלבסט קומט פון זוהר). 

די צוויי שאלות, "וואו" און "וואס", זענען זייער שכל'דיגע פראגעס פאר עמיצן אויף א זוך-מיסיע. מען קען דאך נישט זוכן פאר'ן וויסן פריער וואס די געזוכטע זאך איז און וואו מען דארף זי זוכן. די תירוצים, "נישטא קיין פלאץ וואס איז פריי פון אים" און "ס'איז דעם געדאנק אוממעגליך אים צו באנעמען", זענען נישט קיין "תיקו", נאר די אמת'ע, אייגנטליכע ענטפערס אויף די קשיות. לאזט מיך מסביר זיין. 

דעם אויבערשטן -- פינקטליכער: ג-טליכקייט -- קען מען געפינען און פילן. מען קען ג-טליכקייט פילן גענוג קלאר און שארף, אז דער מענטש זאל זיין הונדערט פראצענט איבערצייגט אין דעם אמת פון וואס ער פילט. אבער כדי אים צו געפינען דארף מען אים פריער זוכן. וויאזוי זוכט מען אים?

מען קען ג-ט נישט זוכן אויף א געוויסן פלאץ, ווייל ער איז דאך למעלה מן המקום. ער געפינט זיך אויך נישט דווקא אין א באשטימטער צייט, ווייל ער איז למעלה מן הזמן. צוליב דער זעלבער סיבה געפינט ער זיך נישט דווקא אין א באשטימטן מענטש -- אדער סיי וועלכער אנדערער זאך אינערהאלב דער בריאה. 

די גאנצע פראבלעם, אבער, איז נאר שייך אויב מיר זוכן ג-ט. דעמאלט איז דאך באמת נישט שייך צו אפילו זוכן. ג-טליכקייט, איז אבער שוין א צווייטע זאך. דאס קען מען יא געפינען. ג-טליכקייט איז אן אנטפלעקונג, א שטראל, פון עפעס וואס איז העכער אונזערע השגות. כלפי ג-ט אליין, קען מען אפילו אט דעם זאץ, "העכער אונזערע השגות", נישט זאגן. ווייל איינמאל אין סוף, קענען מיר אים שוין נישט מגביל זיין, אפילו מיט אן אי-הגבלה, וואס איז אויך, סוף כל סוף, אזא מין מענטשליכער פרואוו פון מגדיר זיין. 

ג-טליכקייט, וואס איז בפירוש יא עפעס העכער אונזערע השגות, לאזט זיך פילן און משיג זיין -- אבער טאקע דווקא נאר דארט, אויף אן ארט העכער אונזערע השגות. דארט קען מען איר זוכן, און אויב מען זוכט, וועט מען איר סוף כל סוף געפינען -- טאקע דארט, העכער אונזער השגה.

אונזער השגה ווי מענטשן קען מען סומירן אין צוויי יסודות: דעם שכל און די עגא-אידענטיטעט. די צוויי זאכן דעפינירן דעם מענטש. אין דער סעקונדע וואס דער מענטש באווייזט זיך ארויסצורייסן פון די צוויי הגבלות, וועט ער באלד פילן דעם "העכערס"/ג-טליכקייט. 

די בריאה איז איין גרויסע מאניפעסטאציע פון אלוקית. אין דעם זינען איז דאס גאנצע באשאף איין גרויסע "זאך". די עקזיסטענץ פון דעם "איך" מיט וואס יעדער מענטש ווערט געבוירן, אט דאס שטייט אין וועג פון זען דאס וואס איז די גאנצע צייט דא. ווען דער מענטש באווייזט ארויסקריכן פון דעם עגא-איך, ווערט די שטער באזייטיגט, און ער זעט באלד די "גאנצקייט" און "אייניגקייט". די דאזיגע איבערלעבעניש קען נישט באצייכנט ווערן אנדערש ווי ג-טליך. אזוי זאגן די וואס האבן עס שוין געפילט.

דאס איז וואו דער באשעפער איז: לית אתר פנוי מיניה. ג-טליכקייט איז דער נעקסטער שטאפל נאך דעם. און זי קומט דארט פון זיך אליין. איינמאל א מענטש "גייט ארויס" פון זיך, קומט ער אויף דער אנדערער זייט טיר אריין אין א ג-טליכער איבערלעבעניש.

אבער, וואס איז ער, דער באשעפער -- דער ג-טליכקייט וועלכע מיר קענען יא פילן? איז דער ענטפער, אז דאס איז אזא וועזן וואס לאזט זיך נישט באגרייפן מיט דער מחשבה. נישט אז ער איז נישטא, אדער כ'ווייס נישט וואס ער איז; נאר דאס גענוי איז זי, די ג-טליכקייט: אַן אִי-תפיסת מחשבה. קריך ארויס פון דעם מחשבה-אָרביט, וועסטו אריין אין דער געזוכטער ג-טליכקייט. 

ג-טליכקייט איז דא און יעדער קען זי פילן. מען דארף זי נאר זוכן. וואו געפינט מען איר? זי איז עפעס וואס פילט אן כל היקום. וואס איז זי? א העכער-אונזער-השגה וועזן. לאז דעם עגא ווערן אויס און קריך איבער דעם ראנד פון מחשבה, וועסטו זי זען קלאר און פשוט, אן קיין קונצן און פשט'לעך.



8 תגובות:

  1. אנונימי22/10/12

    יישר כח פארן פוסט, א שיינע שטיקל  חסיד'ישע פילאזופיע

    צוויי יסודות'דיגע הנחות האב איך ארויסגענומען פון דיין מהלך, איינס אז "אונזער השגה ווי מענטשן קען מען סומירן אין..... דעם 'שכל', די.. דעפינירן דעם מענטש. אין דער סעקונדע וואס דער מענטש באווייזט זיך ארויסצורייסן פון די.. הגבלה, וועט ער באלד פילן דעם "העכערס"/ג-טליכקייט.

    דאס צווייטע איז אז "מען קען ג-טליכקייט פילן גענוג קלאר און שארף, אז דער מענטש זאל זיין הונדערט פראצענט איבערצייגט אין דעם אמת פון וואס ער פילט" 

    אויף די ערשטע בין איך מודה צו דיר, און אויף די אנדערע, זאג איך 'הלוואי'... 

    השבמחק
    תשובות
    1. אמן אויף אייער הלוואי, וגם אני מצטרף...

      מחק
  2. אנונימי23/10/12

    "Where is God?" in the question, in the search God is only experienced in the search. The search is the end goal.
    "Religion" has crippled man's ability to experience the divine by purporting to have "found him" through ritualistic practices ...

    השבמחק
  3. ממעמקים23/10/12

    A beautiful kabbalistic piece of art! It is Lurianic in nature. It's amazing to see how you have mastered to take such a complex idea and describe it so simply. You are bringing Hashem closer to our minds and hearts.

    To those who say הלוואי, I say, that it is very easy to attain "if only you know how to". כי קרוב אליך הדבר מאוד the way the Tanya describes it. The problem is that in "our" circles (meaning heimish chasiddish) this is not taught. I urge you to explore Jewish Meditation and Toras Chabad (preferably in english) to get to "FEEL" Hashem.

    השבמחק
    תשובות
    1. אייער באמערקונג (און קאמפלימענט) געפעלט מיר. די לשה"ק ווערטער פילן זיך הפנים נישט באקוועם אין דעם ענגליש-געמויזעכץ. וועל איך צושטעלן א (פרייע) איבערזעצונג פונעם צווייטן פאראגראף:

      צו די אלע וואס זאגן "הלוואי" וויל איך זאגן אז ס'איז זייער גרינג צו עררייכן, איינמאל מען באקענט זיך מיט'ן אופן ווי דער תניא שילדערט עס - כי קרוב אליך הדבר מאוד. די פראבלעם איז אז אין "אונזערע" קרייזן (טייטש, היימיש חסידיש)לערנט מען דאס נישט. איך מוטיג אייך אויסצופארשן אידישע מעדיטאציע און תורת חב"ד (אויף ענגליש, אויב מעגליך) בכדי צו קענען "פילן" דעם באשעפער.

      מחק
  4. איך ווייס אז איך בין דא אנגעקומן אביסל שפעט, אבער איך פיל אז ס'איז נויטיג צוגעבן אשטיקל הסברה (אותיות פון חב"ד חסידות וואס איך האב געלערנט פון ליובאוויטשער משפיעים) בכדי צו אפטייטשן קלאר און דייטלך איינער פון די אויבענדערמאנטע נקודות:
    "מען קען ג-טליכקייט פילן גענוג קלאר און שארף, אז דער מענטש זאל זיין הונדערט פראצענט איבערצייגט אין דעם אמת פון וואס ער פילט."
    צום ביישפיל: א מענטש וואס זעט אן עראפליין פליען אבער פארשטייט נישט וויאזוי ער פליט, מ'קען זאגן אויף דער מענטש מיט א זיכערקייט אז ער איז אינגאנצן איבערגעצייגט אין דעם עראפליין'ס כח צו פליען, כאטש ער אליין פארשטייט נישט וויאזו. די טעם אויף דעם: דער טייטש פון זען איז אז די זאך אליין (וואס מ'זעט) האט געלויכטן פאר'ן מענטש.
    פון צווייטן זייט קאן זיין א פראפעסאר וואס פארשטייט די אלע טיפער הסברות פארוואס אן עראפליין דארף פליען, אבער ער אליין האט קיינמאל נישט געזען דאס פליען פאר זיין אויגן. צו זאגן אז ער איז אינגאנצן איבערגעצייגט אין דעם כח פון עראפליין קען מען נישט, ווייל ס'איז שייך אז א צווייטער וועט קומען און אפשלאגן זיינער הוכחות, אבער פון צווייטן זייט, דאס וואס אן עראפליין פליט, ליגט ביי עם אין זיין פנימיות, ער קען דאס מסביר זיין זו זיך. דער טעם אויף דעם וואס ער נישט אינגאנצן איבערגעצייגט: פארשטיין איז טייטש אז איך נעם א זאך לויט מיין אייגענער תפיסה נישט אז די זאך אליין (במילא - די אמת'קייט פון זאך) איז בגלוי (אין קאנטראס צום זען, וואו ס'איז נישט נוגע אזוי פיל ווי די מענטש נעמט די זאך, נאר אז די זאך שיינט).
    אזוי אויכעט בנוגע די עבודה פון א ייד: איז פאראן א דרגא פון געטליכקייט וואס די הדגשה איז אז אלקות שיינט (מקיף). דער מענטש האט נישט קיין שכל'דיקער הסברות אויף וואס ער פילט, אבער די פילן איז שטארקער פון די פארשטיין. דערנאך איז פאראן א דרגא וואס מען פארשטייט אלקות (פנימי(, אבער די חסרון איז אז ס'האט נישט די תוקף פון אלקות וואס מען פילט (ע"ד א סברה וואס א צווייטער קען קומען אפשלאגן, הייסט עס אז מלכתחילה האט די סברה נישט פארמאגט קיין תוקף, כנ"ל ביים בעל שכל, די זאך אליין איז נישט אנטפלעקט פאר זיין אויגן, ער האט די זאך נאר ווי ער נעמט דאס מצד זיין אייגענע תפיסה).
    ס'איז אויך חשוב צו דערמאנן אז סיי די עבודה פון מקיף און סיי די עבודה פון פנימי קען נאר קומען דורך צמצומים אין אלקות, ווייל אפי' דאס וואס מ'קען פילן אלקות העכער פון אונזער השגה, נישט אין דעם באשטייט די באשעפער, כידוע ליודעי ח"ן.

    השבמחק
    תשובות
    1. ס'האט זיך בפירוש געלוינט צו ווארטן :-)
      יישר כוח.

      מחק
    2. איך האב פשוט נישט געקענט איינהאלטן נאך דעם וואס איך האב געליינט ממעמקים'ס ווערטער: ס'איז א גרינגע זאך (און האט קיין תועלת ניט) שרייבן איין גראבע מראה מקום "גיי פארטיף זיך אין חסידות חב"ד" אן אנהייבן מסביר זיין ווי עס פאלט אריין אין קאנטעקסט פון די ארטיקל.

      איך וויל נוצן די געלעגנהייט דיר אפדאנקן פאר די שיינע ארטיקלן וואס איר שרייבט. ס'איז פאראן בלאגערס וואס שרייבן אין א קריטישן אויפן וועגן אונזער חרדישער געזעלשאפט (כ'בין מסכים אז ס'איז וויכטיג), אבער ווערן אינגאנצן פארבלאנזרט אין זייער מאכן א געלעכטער פון יידישקייט. (איך האב נאך נישט פארשטאנן די שייכות צווישן א פראבלעם אין די חרדישע געזעלשאפט און א שוואכקייט אין אמונה. איך ווייס אז די קהילה איז הייליק, אבער זייט מיר מוחל, נישט אין דעם באשטייט די באשעפער מיט זיין יידישקייט). אבער דא, כאטש די רייד אויף אונזער געזעלשאפט, פירט דאס נישט צו א שוואכקייט אין אמונה, ואדרבא עס קומט נאר צו (דורך די ארטיקלן אויף אמונה) - צו א טיפערער און שטארקע אמונה ווי פריער.

      מחק