9/20/2012

מזמור השתיקה

דו ביזט דא און דארט,
אינעווייניג און אינדרויסן,
איבער און אונטער, אויבן און אונטן.

דו ביזט ער און זי,
שוואך, און שטארקער ווי גבורה,
נאריש, אבער קלוגער ווי חכמה אליין.

דו ביזט גארנישט און אלעס,
ווייניגער ווי נול און מער ווי לעצטן ציפער,
דו ביזט דער פרט, און אויך ענדגילטיג-כולו כלל.

ביזט מאסע און שטיק,
ברענענדיג-פייער און אייז-וואסער,
די סתירה-היפוך און סינטעז-סימעטריע אויפאמאל.

ווייל אלץ וואס מיר פילן איז דא און דורך אונז,
אלץ וואס מיר טראכטן איז באפארבט מיט אונזער השגה,
אלץ וואס מיר זאגן איז באגרעניצט צו אונזער דא-יעצט צושטאנד.

ביים דאווענען זאגן מיר וואס נוסח התפילה דערלויבט.
פון נוסח און ווייטער איז יעדעס ווארט א טריט נאענטער צו ווייניגער.
וויל זיך אבער דיר אויסדריקן א בין השמשות'דיגס -- א צווישן ערב-בוקר-וצוהריימ'דיגס.

וועל איך דיר זינגען א שווייגנדיגס.



אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה