12/20/2007

פרעס-טראק און מענטשן פרעסערס

מיט יארן צוריק, ווען די אידישע וויליאמסבורג האט זיך געפונען נאך אין די ווינדלען, האט זיך איין טאג באוויזן אויף ליע עוועניו, צווישן די קיעפ און וויליאמסבורג סטריטס, א טרעקל וואס האט פארקויפט פארשידנערליי פליישיגע עסנווארג.

פארוואס עפעס א טרעקל? זייער פשוט. די אידישע געגנט איז נאך געווען רעלאטיוו קליין - נישט גענוג ס'זאל זיך לוינען אויפצוהאלטן א געשעפט. פארט זענען שוין געווען גענוג בעלנים צו קויפן א גוט, פליישיג מאכל. איז קונדן זענען געווען, נאר נישט גענוג. א טרעקל אויפצוהאלטן קאסט נישט אזויפיל געלט; איז עמיצן איינגעפאלן א פרואוו צו געבן.

זענען דורכגעלאפן יארן, און די שטאט איז זיך צעוואקסן פילפאכיג. די אידישע גרעניצן האבן זיך צעברייטערט, און אין זייערע ראמען האבן זיך באזעצט פרישע משפחות. א פארגרעסערטע באפעלקערונג באדייט דאך גלייכצייטיג א פארגרעסערטן געברויך. האבן זיך אנגעהויבן עפענען פרישע געשעפטן, וועלכע האבן פארקויפט כל-מיני פראדוקטן.

איין שיינעם טאג האט זיך אין צענטער פון ליע עוועניו, נישט ווייט פון דעם פלאץ וואו אונזער פריערדערמאנטן טרעקל האט זיך באזעצט מיט יארן פריער, דערעעפנט א פלייש געשעפט וואס האט אויך געהאט א "טעיק-אוט" אפטיילונג. אין דעם טעיק-אוט זענען געווען צו קויפן פארשידענע פליישיגע עסנווארג - אפגעקאכט, דערווארעמט, און גרייט צום עסן.
זענען דורכגעלאפן עטליכע טעג, און די וויליאמסבורגער אידן האבן זיך איין אינדערפרי דערוועקט צו גאסן באדעקט מיט פאשקווילן. וואס איז געשען? וואס הייסט! דאס נייע פלייש-געשעפט? דאס וועט דאך קאליע מאכן אונזערע קינדער! דאס ברענגט אריין א גייסט פון מאדערנקייט אין אונזער שטאט! און נאך מער: דער אייגנטומער האט דאס געשעפט געעפנט דירעקט מיט דעם ציל, צו ציען אומגעוואונטשענע עלעמענטן (וד"ל)!
יא, טאקע געווען ביז היינט אויך צו קריגן די זעלבע פראדוקטן. ס'איז אבער געווען אזוי אויף דער גאס, באופן עראי. אבער מאכן עס אפיציעל, און נאך אלס א באקוועם ארט וואו אלע פוחזים ורקים זאלן זיך צוזאמקומען?
*
און איך האלט, אז די דאזיגע מערכה - הגם געפירט דורך אנאנימע מענטשן און מיט פאשקווילן - איז א גערעכטע! וואס מיינט איר?

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה