12/31/2007

ביי דער שוועל

(געפעק פון יענער זייט ים - 8)


איך שטיי אויף דער שוועל פון דער טיר ארויס פון קינדערשער נאאיוויטעט און אריין אין רייפער דערוואקסנקייט. איך שטעל א טראט פאראויס, און צי זיך צוריק מיט א ציטער: ווער ווייסט וואס דערווארט מיך "דארט"? איך האב מורא פון דעם נעפל וואס לאזט מיר נישט אריינקוקן אין דער דאזיגער נייער לעבנס-תקופה. איך כאפ א בליק אויף צוריק, אבער אויך דארט איז עס שוין נישט איבעריג קלאר. הפנים, איך באלאנג מער נישט אהין. עפעס דאכט זיך מיר זע איך יא; אבער וואספארא נאר כ'בין - דאס זענען די לעצטע אפגלאנצן פון זכרונות, וואס ווערן אלס בלאסער.

טוט מיר וויי אויף דער פארגאנגענהייט - אן עפאכע פול מיט אומשולדיגקייט, בלינדן צוטרוי אין אלעם, נארישער איבערצייגונג אז אלץ איז גוט און פאזיטיוו, פייערדיגער פארהערליכונג פון יעדער אידייע וואס קלינגט אידעאליסטיש. אוי טוט עס וויי. עס ציפט ביים הארץ. עס הייבט ערשט אן רעכט פייניגן; דעם עיקר וועל איך שפירן ווען כ'וועל שוין זיין אויף דער אנדערער זייט און א שטיק וועג אריין אין ווירקליכן לעבן.

בין איך יעצט, הייסט עס, פונקט אינדערמיט פונעם בין-השמשות צווישן תקופה און תקופה.

געשוואומען בין איך אויף פוכיגע כמארעס, צעווייכט פון ווייניג יארן, און געשפילט זיך אין ריינער זארגלאזיגקייט. אחוץ צופרידנשטעלנדער דערשעפטקייט פון בלויזן שטיפן האט גארנישט געדיכט אויסגעפילט די דין-איידעלע לופט פון מיינע ד' אמות. האט זיך אבער פון אונטערשטן צפון-ווינקל אנגעטראגן א שטיק גרוי און מיר אנגעפילט דעם קאפ מיט א מאדנעם אינהאלט - א צונויפגעשלאגענעם געשפענסט פון רעאליטעט, הארט און פאקט.

צום ערשטן מאל וואס כ'עפן די אויגן און לאַך נישט אזוי גלאט אין דער וועלט אריין.

טוט עס מיר וויי. עס נאגט. עס בענקט זיך נאך דעם נישט באגרייפן, יא גלייבן, נישט טראכטן, יא וויסן, נישט שעמען, יא-נישט, נישט-יא...פארפאלן. אויסגעשפילט זיך. צייט אנצוטאן די לויף-שיך און נאכיאגן מיין יארגאנג - וואס איז שוין ווייט אוועק אויפ'ן וועג - - -

2 comments:

  1. ווען איך האב געענדיגט מיטהאלטען -אויפן אינטערנעט - די באלי פאלן דארט ביי די
    ,"קרייצוועגן פון די וועלט"

    געבליקט אויפן זייגער, אין געכאפט אז די גוי'שער ניי יאר פאלט אויס אים 12:00 אזייגער ביינאכט

    נא איז דאך שוין שפעט, אבער
    האט זיך ביי מיר צעשפיעלט די גליסטעניש צו גיבן נאך איין קליינעם בליק אויף איינ'ס אדער צווי פין די וועבזייטליך דארט אין מיין "באליבסטע" ליסטע

    זעה איך דארט אין א זייט זיצט מיין גיטע פריינט

    "א וועלט מיט וועלטעלעך"

    נא שוין טאקע לאנג נישט באזיכט ביי אים, שוין ס'איז טאקע שפעט אבער ממש א בליק אין איך גיי שוין ווייטער

    נא וואס מיינט איר, עס האט פונקט געמוזט זיין פונקט היינט נאכט אין די שפעטע שעה, ווען איך זאל זען די אלע נייע געשרייבעריי, איך אויף צי להכאיס די מודעה אז דארט ערגעץ אינעם ים פון אינפארמאציע, ליגט נאך א גאנצער הויפן מאטריאל פון די אינגע יארן, שוין מער האט נישט אויסגעפעלט אין פין די קליינער בליק איז געווארען א נישט קשה'עדיגער אנדערהאלבן שעה

    שוין איז כאטש אזויפיל, אז היינט נאכט ליגענדיג אויפן בעט טראכטענדיג פין וואס צי טראכטען, אז דער שלאף זאל שנעל קימען צי גיין, נאך איידער די טראכטעריי פין וואס צו טראכטען ברענגט פירות, איז היינט נאכט וועט די פיריאד אזוי שנעל אדורכגיין, אז איך וועל מארגען זיין פונקט אזוי ניי אין די אינפארמאציע וואס מיין מח האט היינט נאכט איינגעזאפט און עס איז צום האפן אז מארגען מיט אן אויסגעריערטען ראש וועל איך עס קענען געהריג מסדר זיין ביי מיר אין די מח קעמערלאך

    עפעס האלטען, עפעס אויפן פלאץ אוועק ווארפען, אין עפעס שטעלען אינעם "ריסייקעלינג בין",
    אפשר וועט עס נאך אמאל איוספעלען

    אייער גיטער פריינט
    י.ק.

    השבמחק
  2. אנונימי6/1/08

    עס בענקט זיך נאך דעם נישט באגרייפן, יא גלייבן, נישט טראכטן, יא וויסן, נישט שעמען, יא-נישט, נישט-יא...פארפאלן.

    כ'פארשטיי און שפיר דאס אומדערטרעגליכע ווייטאג. עמו אנכי בצרה. מי יתן לי אבר כיונה, אעופה ואשכונה.

    השבמחק