2/11/2008

וואסער לבטלה




די קעלט האט א טבע, אויסצוצאפן טרערן פון מענטשן וואס טוען גארנישט שלעכט. דער איינציגער חטא פון די וויינענדע-מיט-צוואנג איז, אז זיי גייען אויף דער גאס אין דער זעלבער צייט ווי די קעלט.


אבער אט האב איך זיך אנגעשטויסן אין א חידוש: לויפנדיג פארסאפעט נעכטן נאכט, האט די קעלט זיך אנגעשטויסן אין א פּאָמפּ. האט זי זיך געמאכט אזא חשבון: צי וואס זיך מוטשען מיט צאפן טראפעלעך טרערעלעך פון מענטשן, כ'קען זיך דאך א נעם טאן צום פאמפ און פון אים ארויסצווינגען גאנצע עמערס!


געזאגט און געטאן. איין זאך האט די קעלט אבער פארגעסן צו נעמען אין חשבון. אנדערש ווי מענטשן, וואוינט דער פאמפ אויף דער גאס. איך, פארשטייט איר, האב די ברירה צו גיין און אנצינדן די הייצונג אזוי גרויס און ברייט אז דער גיהנום זאל ביי איר קומען זיך לערנען. דער פאמפ, אבער, האט נישט וואוהין צו גיין! האט ער באשלאסן טאקע זיך אפצופרירן דאס ארויסלויפנדיג וואסער, און זאל די קעלט וויסן נישט צו פרואווען זיין שעפעריש אויף מיין חשבון!

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה