7/01/2010

רחמנות אין פּנים פון צעקרימטן שפּיגל

דערציילט מיר א באקאנטער, אז ער איז מיט א צייט צוריק דורכגעגאנגען א פלאץ וואו די בעלי-חיים אדוואקאטן גרופע, "פּיטאַ", האט דורכגעפירט איינע פון זייערע פּראטעסט-פארזאמלונגען. האבן די אקטיוויסטן אויסגעטייילט ליפלעטן פאר די דורכגייענדע און זיי אויפגעפאדערט צו טיילנעמען אין די פּיטאַ-טעטיגקייטן. "ראַביי," האט איינער אזא אנוועזנדער זיך צו מיין באקאנטן געוואנדן. "איר זענט דאך א רעליגיעזער מענטש. פארוואס זאלט איר נישט מער עוסק זיין אין פארטיידיגן די רעכטן פון באשעפענישן?"


מיין באקאנטער האט זיך אפּגעשטעלט און אים אזוי געזאגט: ס'איז קלאר אז אויב זע איך א בעל חי' אין צער, וועל איך פּרואווען איר פּיין צו פארגרינגערן. אויב וועל איך זיך אנשטויסן אין א הונט וואס איז שטעקן געבליבן אין א צוים און מוטשעט זיך, וועל איך אנקלינגען 311. פּייניגן א באשעפעניש איז קעגן מיינע רעליגיעזע איבערצייגונגען. אבער ווען עס רעדט זיך פון ארויסגיין און אויסזוכן צער און צרות, וועל איך ליבערשט זיך פארנעמען מיט העלפן מענטשן אין קלעם, איידער באשעפענישן. העלפן צום-טויט-אויסגעהונגערטע מענטשן אין אפריקע איז אין מיינע אויגן וויכטיגער ווי אננעמען זיך פאר דער קריוודע פון קעץ און מייז.


יענער האט אויסגעהערט און זיך אוועקגעגאנגען – צוריק וואו ער איז געשטאנען א מינוט פריער, אינמיטן גאס, פארזעצן אויפפאדערן דורכגייענדע צו זיך אנשליסן אין "פּיטאַ".


וואס צו ענטפערן האט ער הפּנים נישט געהאט. איז ער אבער נישט גרייט געווען צו אנעקענען אז ער איז נעבעך א קרבן פון א מאדנער אבסעסיע; האט ער מסתמא פארגעזעצט שרייען, און דווקא נאך העכער ווי פריער: "מיעט איז מוירדער..."


דער חילוק פון מיין באקאנטן ביז יענעם פּיטאַניק איז דער זעלבער ווי פון אידאלאגיע ביז אבסעסיע. דער ערשטער זוכט צו טאן וואס ריכטיג; דער צווייטער איז א פארפאלענער פאנאטיקער. דער ערשטער איז באלאנצירט, אין זיין טראכטן און אויפפירונג; דער צווייטער פאלגט בלינד נאך א צעקרימטע שיטה, וואס טרייבט צו ווארפן מענטשן צו די פיס פון בהמות. און ווי יענער פאר'עקשנ'טער ליטוואק האט א כעס'יגער דעקלארירט, "זאל דער פּסוק צעזעצט ווערן; פּשט זאל אבער אריינגיין."


איך וואלט דעם יעניגן אבי הבהמות געפרעגט, פון וואו ער נעמט זיך דאס רעכט צו עסן פלאנצן. אויך זיי פארמאגן אין זיך לעבן – ווערן געבוירן, וואקסן און אנטוויקלען זיך, און עווענטועל שטארבן אפּ. וואס האבן זיי, די ארימע גרינסן, זיך פארזינדיגט צו שטארבן פאר דער צייט צוליב דער תאווה פון אנדערע? מילא מיר מענטשן – מיר זענען דאך חיות פון געבורט אויס; רצח'ענען מייז און מוראשקעס אן רחמנות. אבער די בהמות – זיי קענען דאך יא דעם טעם פון פארפאלגט ווערן דורך דעם שטארקן. ווי נעמען זיי זיך די חוצפּה צו מארדעווען אומשולדיגע גראזן?


אין די פּיטאַ קרייזן איז דאס זיין א וועגעטאריער – פּראווען פלייש-נזירות און דערנערן זיך אנשטאט מיט פרוכט און גרינסן – שטארק אין דער מאדע. אה, איך? איך בין א וועגעטאריער, בין איך! און דאס ווערט געזאגט מיט'ן זעלבן ניגון ווי, איך בין קרוין-פּרינץ פון גרויס פּוילן. דרך-ארץ, א וועגעטאריער אין שטעטל!


אז דער הונגער האט דיך נעבעך געפירט צו דער'הרג'ענען אן אומשולדיגן עפּל, שווייג כאטש! זעץ זיך אין א ווינקל און שעם זיך. מענטשן וועלן רחמנות האבן און פארשטיין. אבער שטאלצירן, פּאראדירן דעם אכזריות'דיגן אקט? פע...


און פארוואס מעגן באשעפענישן יא עסן אנדערע בעלי חיים, וועמענס איינציגער חטא איז די אומבאהאלפנקייט פונעם שוואכערן? מען וואלט געדארפט איבערקערן שמים וארץ, און גוטהארציגע פּיטאַ-וואלונטירן וואלטן אין די מאסן געדארפט זיך ארויסלאזן איבער די זשונגלען פון אפריקע און דרום-אמעריקע און אויפהייבן א געוואלד: "מיעט איז מוירדער!"


איך וואלט פארגעשלאגן איינצושטעלן אן איינהייטליכן א סיסטעם אין דער גאנצער משפחה פון לעבעדיגע באשעפענישן: אדער זאלן מענטשן עסן מענטשן, חיות עסן חיות, און פלאנצן עסן פלאנצן; אדער זאל יעדער עסן יעדן – והמהדרין זאלן עסן זאמד און שטיינער, נאר פריער גוט דורכזיפּן זיכער צו מאכן אז ס'עסן איז ריין פון ווערים, מוראשקעס און אנדערע לעבעדיגע "זאכן".


אוודאי וואלט פיל בעסער געווען אז מיר אלע, לעבעדיגע באשעפענישן, זאלן זיך גליקליך אויסלעבן די יארן אנשטאט כאפּן א מיתה חטופה; לעבן מיר אבער ליידער אין א וועלט, וואו מענטשן מאכן פון זיך בהמות און שטופּן די באשעפענישן צום אויבנאן פון דער וועלטס-ארדענונג, כדי זיי זאלן האבן אויף וועמען ארויפצוקוקן.


אזא פּנים טראגט מען, ווען א געדאנק וואס איז ביסודו גוט און רעכט פאלט אריין אין די הענט פון אומסטאבילע איפּכא-מסתברא'ניקעס.


אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה