7/11/2010

ווען שנאת חינם לאזט זיך אונטערקויפן

‏‏
ווען מען קוקט זיך ארום די מחלוקת און מחלוקה'לעך וואס הערשן אין און ארום אונז, באקומט זיך גרינג דער איינדרוק אז מיר זענען באמת צעגלידערט און צעשפליטערט. טרעפט זיך אמאל א געשעעניש וואס צעפלאצט די דאזיגע אילוזיע.

אין אונזער פאל, איז עס "רובאשקין" -- ריכטיגער, דער קאמפיין אים צו העלפן.

אויבנאויף -- ווייטער די זעלבע שונאים ווי נעכטן; האט זיך אבער געמאכט א גענוג-וויכטיגע סיבה, צו בארעכטיגן דאס פארקוקן אויף די חשבונות. עמון און מואב האבן שלום געמאכט!

דאס איז אבער נישט אמת. די סיבה צוליב וועלכער אידן פון אלע קרייזן, קרייזלעך און צדדים האבן זיך געפונען אונטער איין דאך, אוועקגעגעבן צייט און געלט פאר'ן זעלבן צוועק און מיט'ן אייגענעם אייפער, איז נישט עפעס וואס דראעט זיי ביידן איייניג -- ס'איז גאר א זייטיגע זאך, וואס האט מיט זיי ביידן אייניג קיין שום שייכות.

ר' שלום מרדכי האט מיט מיר און דיר און יענעם גארנישט איינגעלייגט -- נישט ער, און נישט זיינע צרות: איך האב אין דער פירמע זיינעם נישט געארבעט, געגעסן ביי מיר אינדערהיים האט מען, דווקא, א צווייטנס פלייש; פאליטיש, האסטו געזען אזוינס, בין איך גאר לינק -- עפעס מורא-משונה'דיג ליבעראל! די יוניאנס זענען חסידי אומות העולם! (איך האלט אז זיי שטאמען פון די עשרת השבטים.)

ער איז אבער א איד, ר' שלום מרדכי; א ברודער אין א צרה. און "מיר", זיינע ברידער, העלפן אים. מיר ביידע, אינאיינעם, העלפן אים, אונזער בשותפות'דיגן ברודער.

ווייל מיר אלע דריי, ר' שלום מרדכי, איר, און איך, זענען קינדער פון זעלבן טאטן.

ס'איז נישט אז מיר זענען אלע געקומען, ווייל מיר האבן ביי זיך באוויזן צו פועל'ן צו צייטווייליג נישט אינ'אכט נעמען דער שנאה; נאר אויף אט דעם שטאפל, ווען דרויסנדיגע כוחות ווארפן אונז די ברודערשאפט אין פנים, זענען מיר באמת גוטע ברודער. חילוקי דיעות און פירוד לבבות זענען אפגעטיילט מיט א קוים-באמערקטער גרעניץ. מען גייט און גייט, ביז מען דערזעט טיף אויף יענער זייט גרעניץ.

חילוקי דיעות זענען יעצט אויך דא, און זיי זענען זענען געווען אויך אינעם זאל, ביי די טישלעך, וואו אונזערע בערזלעך, וואס צעפענען זיך נישט-זעלטן צו אונטערשטיצן קעגנגעזעצטע צילן, האבן זיך באגעגנט, אין דער רעכטער האנט פונעם עסקן, דעם פערטן ברודער אונזערער... מיר האבן אין יענער מינוט נאר פארשטאנען, אז כאטש איך האב אנדערע מיינונגען, נגיעות און חשבונות, בין איך אים אבער זיכער נישט קיין שונא.

ווען דער גאז איז אין די אוישוויץ-קאמערן אריינגעלאזט געווארן, איז מסתמא די ערשטע זאך דערשטיקט געווארן פיינטשאפט און שנאה-געפילן -- צום חבר, ברודער, שכן און פריינט. אויב זענען געווען ממשות'דיגע חילוקי דיעות, איז די מחלוקה פשוט "פארשוואונדן"; אויב זענען געווען טענות, געלט-זאכן אדער ענליכס, זענען די טענות -- די סיבות צו די טענות -- געבליבן אומבארירט. זיי זענען אבער געווען אומרעלעוואנט; וויכטיגערס, חשוב'ערס זענען דעמאלט אויפ'ן געדאנק געקומען.

נו, אז מיר האבן זיך נישט באמת פיינט, צו וואס זיך נעמען די צרה מיט די אייגענע הענט?

ר' שלום מרדכי, די שוועריגקייטן וואס מאטערן אים, האט אונז איבערצייגט אז מיר זענען גוטע ברידער. לאמיר דעם מוסר השכל אריבערטראגן אויפ'ן נעקסטן טאג און אויף דער נעקסטער וואך. וועט דער "ונתנו"-אויף-צוריק אונז צוגעבן א באָנוס שכר מצוה בהא עלמא, שלום און אחדות. וועט דאס געלט וואס מיר שפענדן צו העלפן ר' שלום מרדכי'ן איינצייטיג אונז אויסקויפן פון שנאת חינם.

און אפשר וועט דער דאזיגער זכות זיין דער אנטשידענער פאקטאר וואס וועט די וואגשאל אראפּוועגן לכף זכות?

און שלום מרדכי בן רבקה וועט פון דער צרה באפרייט ווערן --

און מיר אלע זיינע ברידער וועלן אים ווינטשן לחיים ולברכה (כמנהג חב"ד), און אינעם נישט-מליצה'דיגן משמעות פון "כאיש אחד בלב אחד" פארגיין זיך אין א פרייליכן טאנץ?

אפשר טאקע?...

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה