7/13/2010

אַ גאַנץ יאָר פּורים

סתם אַזוי, בין איך אַ פּשוט'ער שרייבער און פאַרשטיי גוט אַז איך קום נישט צו די פיס-קנעכל פון אונזערע צייטונגס-שרייבער – די עקספּערטן אין וועמענס הענט די קריטישע אויפגאַבע פון אָנשטאָפּן די געדערם פון די היימישע צייטונגען ווי די זאַטע קי אין פּרעה'ס חלום איז אָנפאַרטרויט געוואָרן. איך פאָרמיר נישט דעם דעת הקהל, און האָב קיין צוטריט צו דעם פּליאה'דיגן אַפּאַראַט וואָס שפּירט ווען אויף וויפיל די אידישע וועלט איז אָדער האַט ביים אויפגעשוידערט/צעטרייסלט/צעשאָקלט/פאַרגאַפט/פּאַראַליזירט/פאַרשטייפט ווערן, און ווער עס האַלט ביים דערהויבן און דערנידערט ווערן.

זעט איר דאָך: אַ פּשוט'ער איד פון אַ גאַנץ יאָר, וואָס פּרואווט ציען חיונה דורך נאָכמאַכן די "גרויסע שרייבערס." אינאיינעם מיט אייך אַלע, פּשוט'ע מענטשן, זיץ איך יעדע וואָך און לערן דורך די צייטונגען בעיון רב. איך קאָנצענטריר זיך בעיקר אויף דעם צווישן-די-שורות חלק שבו, דאָרט וואו דער עיקר שאַרפזיניגקייט ווערט קונצליך באַהאַלטן. (און פון אייגענער דערפאַרונג וואָלט איך טאַקע אייך אַלע געראָטן צו לייגן דעם טראָפּ אויף וואָס ווער געזאָגט – בעסער, וואָס ווערט נישט געזאָגט(!) – צווישן די שורות. דאָרט, זאָג איך אייך, ליגט דער הונט באַגראָבן.)

איך בין טאַקע נעבעך נישט געבוירן געוואָרן מיט די געפאָדערטע כשרונות צו קענען זיין אַ צייטונג-שרייבער; האָב איך אָבער אַ געפערליכע שאיפה צו קענען כאָטש באַגרייפן דאָס עמקות'דיגע פּקחות וואָס ליגן אין יעדן וואָרט ("וואָרט," מיט אַ וא"ו) באַגראָבן. כ'זאָג נישט, ס'איז אַ שווערע, דערמאַטערנדע אויפגאַבע; האַלט איך זיך אָבער פאַר די אויגן דעם גליקליכן טאָג ווען אַלע שווערע שאלות אין פּירוש המילות און פּשט-אין-פּסוק וועלן צו מיר געברענגט ווערן. דעמאָלט וועל איך שניידן די פּירות פון מיין האָרעוואַניע!

איך זאָג, האָרעוואַניע, ווייל גרינג קומט עס נישט אָן. אוודאי וואָלט עס פיל בעסער געווען ווען כ'זאָל געפינען חן אין די אויגן פון די צייטונגס-שרייבער זיי זאָלן אַזוי גוטהאַרציג זיין און מיך מיטטיילן די סודות מעשי מרכבה. פאַרשטייען מיר דאָך אָבער אַלע אַז דאָס וועט נישט געשען – קען נישט געשען. ווער און וואָס בין איך דען אין סך הכל? אַ היישעריק וועמען ס'האָט זיך פאַרגלוסט אָנצוטאָן ילידי-ענק שיך. דעם באלכסונ'דיגן, ביטול'דיגן "אויך-מיר-אַ-שרייבער" איז עפּעס וואָס איך בין נישט ביכולת איבערצוטראָגן. איך וועל ליבערשט קוקן מיט קנאה פון דער מערב-וואַנט ווי קלוג ס'איז דאָרט אויבנאָן, ווי איידער נעמען אַזאַ ריזיקע.

זענען אָבער פאַראַן עטליכע זאַכן אויף וועלכע כ'וואָלט זיך יאָ דערלויבט בעטן פון די שרייבערס אַביסל הסבר. איך רעד פון זאַכן וואָס ווערן יאָ בפירוש אַרויסגעשריבן – פון וואָס איך בעני' וויל דרינגען אַז זיי זענען יאָ געמאַכט געוואָרן צו פאַרשטאַנען ווערן אָן איבעריגע יסורים. איך האָף אַז מיינע ווערטער וועלן האָבן דעם ריכטיגן רושם און וועלן זיין נכנסים אל הלב (האָט שייכות מיט "וועלן געשלינגען ווערן מיט דורשט דורך דעם אומצאָליג-קעפּיגן עולם?" אָקעי, לאָמיר נישט פאַרקריכן). ויהי' רצון מיינע דיבורים זאָלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון. און "שגיאות מי יבין" האָט דאָך דוד המלך נאָך געזאָגט; בעט איך ביי אייך מחילה אויב מיינע שורות וועלן נישט זיין אַזוי ראַפינירט אויסגעהאַלטן לויט די כללי הקישקעס.

לאָמיר זיך אָפּשטעלן אויף איין אַזאַ דוגמא, ועל הכלל כולו יצא.

די טעכנאָלאָגיע האָט דער וועלט צוגעשטעלט אַזעלכע מכשירים וואָס קענען דערשפּירן ווען אַן ערדציטערניש איז אויפ'ן וועג. וויאַזוי ווייסט די דאָזיגע מאַשין דערוועגן פון פאָראויס? זי כאַפּט אויף די ערשטע טרייסלען אונטער דער ערד – גענוג פרי איידער דער ריכטיגער ציטער קומט אָן.

אין דער וועלט עקזיסטירט אַ פענאָמען פון אַנקעטעס – עקספּערטן וואָס קענען דאַפּן דעם דופק ביים מענטשן און וויסן וואָס די עפנטליכקייט מיינט וועגן אַ געוויסן ענין. די מסקנא פון אַזאַ אויספרעג איז אָבער נישט קיין פאַקט, נאָר אַ מיינונג – זאָל זיין אַ מיינונג באַזירט אויף אַ גוטן יסוד. קיינער וועט נישט געבן קיין שבועה דאורייתא אויף אַזאַ יסוד.

לענינינו איז אַזוי. וואָך איין, וואָך אויס זע איך אין די צייטונגען נייעס מיט קעפּלעך וואָס לייענען זיך עפּעס ווי, "תושבי וויליאַמסבורג וועלן שטראָמען אין די מאַסן צו ..."; "באָראָ פּאַרקער אידן וועלן נתרגש ווערן ביי ..."

איך גלייב באמונת פּתי אַז איר ווייסט עפּעס וואָס איך ווייס נישט, וואָס דערמעגליכט אייך די דאָזיגע געשעענישן צו וויסן פון פאָראויס. וואָס איך וויל אָבער פאַרשטיין איז, וויאַזוי זעט דער דאָזיגער "מענטשן-שטראָם" אויס? אַנדערש ווי אַן ערדציטערניש, וואָס הייבט זיך אָן טיף אונטער דער ערד, וואוינט דער מין מענטש דאָך אויבן, אויפ'ן פלאַך. איז, נניח אייערע אַפּאַראַטן זענען פאָרגעשריטן גענוג צו שפּירן די ערשטע "מיני"-פלייצן – בלייבט אָבער שווער וואו באַהאַלטן די קליינע שטראָמעלעך זיך אויס אין די ערשטע 25 מינוט ביז דער ריזן שטראָם קומט ענדליך צו פלייצן?

ווי אַן איבערגעגעבענער זשורנאַליזם סטודענט האָב איך שוין עטליכע ("פילצאָליגע" – וואָס רעד איך: אומצאָליגע) מאָל זיך מטריח געווען צו אַריבערכאַפּן זיך צו אַזעלכע סאָרט מסיבות, כדי צו באַקומען אַ באַגריף וויאַזוי דאָס געשילדערטע זעט אייגנטליך אויס און קענען צוזאַמשטעלן פאַקטן מיט'ן געשריבענעם וואָרט. וואָס זאָל איך אייך זאָגן? איך האַלט נאָך ביים דעקל.

איך וועל אייך שוין מוחל זיין דאָס בשאט נפש טרעטן אויפ'ן געזעץ (דינא דמלכותא). בעיני ראיתי אינעם זאַל וואו איין אַזאַ צעשטראָמטע מסיבה האָט געזאָלט פאָרקומען הענגן אַ שילד מיט קידוש-לבנה אותיות, "אַקופּענסי אָוו מאָר דהען 74 פּיפּל איז אָנלאָפול." אָבער לכבוד דעם זאָגט מיר כאָטש וואָספאַראַ מין בריאה זי איז, דער דאָזיגער שטראָם. כאָטש אַ רמז, אַ סימן, כ'זאָל וויסן וואו אָנצוהייבן זוכן.

נאָך מער עגבערט מיך: צו וואָס אויסזאָגן דעם עולם די מאָרגנדע נייעס? איך בין משער אַז בנוסף צום געמאָלדענעם מענטשן-שטראָם וואָלט ביי יעדער אַזאַ מסיבה זיך געיאַוועט אַ נאָך צווייטער שטראָם – וואָס איז נישט אַריינגערעכנט געוואָרן אינעם אָריגינעל-געמאָלדענעם – וואָס וואָלט געפלייצט צוליב נייגעריגקייט צו קענען אַליין מיטלעבן אַזעלכע מרוגש'דיגע כוואַליעס. קען זיין כ'בין נישט גערעכט, אָבער לויט מיין מיינונג באַגייט איר דערמיט אַן אומרעכט כלפּי די מסיבה-אָרגאַניזירערס.


טייערע אידן, גיט אַ קוק אויף מיין ווייס-געוואָרענער באָרד און צעקנייטשטן שטערן. זיי זענען ווייט מער ווי דערוואַרטעט פון עמיצן אין מיין יאָרגאַנג. איך וויל אייך נאָר ווינטשן איר זאָלט קיינמאָל נישט וויסן דעם טעם פון זיין אָפּגעהאַקט פונעם מציאות, זיך אַרומדרייען מיט פאַרטעמפּטע חושים, וואָס האָבן פאַרלוירן די קראַפט פון אויפכאַפּן וואָס טוט זיך אַרום זיי.


אין דעם זכות זאָל דער אויבערשטער העלפן איר זאָלט לאַנגע יאָרן זוכה זיין צו דערפרייען אידישע הערצער.



אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה