12/31/2007

נשתכח תורת הבעש"ט?

‎(געפעק פון איבער'ן ים - 6)


אין דער תקופה פאר דער בעש"ט האט פארשפרייט אויף דער וועלט זיין שיטה פון חסידות, האט זיך כלל ישראל געפונען אין זייער א געפאלענעם מצב. דאס אידיש פאלק האט געהאלטן נאך א סעריע פון צרות; אויך דער גייסטיגער מצב פון פאלק איז געווען זייער נישט פויגלדיג.

כלל ישראל איז דעמאלט געווען איינגעטיילט אין צוויי קלאסן: תלמידי חכמים און פראסטע מענטשן. די תלמידי חכמים האבן פארגעשטעלט אזא מין אריסטאקראטישן קלאס, און דער נידעריגער שיכט פון פאלק, די פראסטע ארבעטערס, זענען געווען די "פויערן".

דער אינטערשייד צווישן די צוויי קלאסן איז געווען זייער גרויס. די פשוט'ע אידן - וועלכע זענען אין א סך פעלער אויפגעוואקסן אין דערפער און געווען אומשולדיג אין זייער פארגרעבטקייט - האבן אין די אויגן פון די לערנערס נישט געהאט צופיל שייכות מיט ג-ט. אונטער דעם יאוש געפיל זענען די דארפס אידן געפאלן נידעריגער און זיך וואס אמאל אלץ מער דערווייטערט פון תורה לעבן.

דער מרחק צווישן די צוויי קלאסן איז געווארן אלס גרעסער ביז דער בעש"ט איז געקומען און דערציילט די דאזיגע צעבראכענע אידן אז ג-ט האט זיי דווקא יא ליב און קוקט ארויס אויף זייערע תפילות און פינף-מינוטיגע עין-יעקב שיעורים ביי מנחה-מעריב. "רחמנא ליבא בעי", האט דער בעש"ט, אין א בחינה פון שכחו וחזרו ויסדם, געמונטערט די פראסטע אידן.

תורת הבעש"ט האט דעמאלט אפגעראטעוועט זייער א סך אזעלכע אידן פון פארפאלן גיין. דער בעש"ט האט פון זיי פארטריבן דעם יאוש און איבערצייגט צו טאן וואס אין זייערע מעגליכקייטן. דאס אז זיי זענען נישט אויפגעוואקסן קיין גאונים פארטרייבט זיי נישט פון ג-ט.

זענען דורכגעלאפן א פאר הונדערט יאר און חסידות איז געווארן א פארשלאפענער באגריף וואס ווערט אויסגעפירט בדרך מצות אנשים מלומדה. עס זענען געבוירן געווארן דינאסטיעס מיט אייגנארטיגע מהלכים און מנהגים, וועלכע זענען ווייטער געפירט געווארן דורך די קינדער און אייניקלעך פון די ראשי הדינאסטיעס. קאלט און טרוקן, הארט און שטום, פארן די טראדיציעס ווייטער און ווייטער אן דעם וואס עמיצער זאל זיך אפגעבן א חשבון וואס מען טוט און וואוהין מען גייט.היינט שטייט כלל ישראל אויף אן ענליכן מצב ווי פאר תקופת הבעש"ט. פאראן היינט א פראצענט ביי כלל ישראל וואס איז פארגרעבט נישט קיין סך ווייניגער ווי די אמאליגע ישוב'ניקעס. די היינטצייטיגע ישוב'ניקעס באשטייען פון דעם מין וואס מען האט ביז נישט לאנג צוריק באצייכנט אלס "באָמעס". אלס באמעס זענען זיי געווען איינצעלנע. ביסלעכווייז זענען זיי געווארן א גרופע. היינט זענען זיי שוין א "פראצענט" פון כלל ישראל.

אמאל וואלט מען דעפינירט דעם טיפ "באם" מיט פארשידענע גדרים: ער טוט דאס, ער טוט יענץ, ער גייט אהין, ער טראכט אזוי, און אזוי ווייטער. היינט קען מען די דאזיגע געשאפענע "באָם" שטרעמונג באצייכענען פשוט ווי ישוב'ניקעס, אן קיין שייכות כי הוא זה מיט ג-ט, נאר גלייכצייטיג אויך אן דעם תמימות פון די פארצייטישע דארפס אידן.געבן דוגמאות וואס עס שפילט זיך היינט אפ ביים יונגערן דור האט קיין שום זין נישט, ווייל זיי וועלן במילא נישט מגדיר זיין דעם פארנעם. די אלע דערשיינונגען זענען נישט מער ווי אנזאגונגען אויף א טיפער, יסודות'דיגער אומארדענונג ביי אונז.כ'ווייס נישט צי דאס איז א פועל יוצא פון דעם מצב, אדער דער מצב איז א פועל יוצא פון דעם. די מציאות איז אבער אז די רבנים האבן היינט כמעט נישט קיין שייכות מיט'ן ציבור. זיי זאגן דרשות, פסק'ענען הלכות און טוען אלעס וואס זייער פליכט דיקטירט. דערביי איז אבער פאראן א שרעקליך טיפער תהום צווישן זיי און דעם ציבור צו וועמען זיי רעדן. פשוט: מען פארשטייט זיך נישט. דער משיג און דער מושג זענען נישט בלויז נישט געקנאטן פון זעלבן טייג, נאר מען רעדט און טראכט אזוי קעגנגעזעצט אז ס'איז באלד מער קאמיש ווי טרויעריג.

רבנים רעדן וועגן שמאלע קליידער, ווען די טעאטערס זענען פול מיט אידישע קינדער. מען האקט קעגן "יומען העיר" שייטלען, ווען ביי-האר איז נישט ווייט פון ווערן צוריק א נארמאלע זאך. מען רעדט וועגן האבן א שיעור יעדן אינדערפרי און אויפדערנאכט, ווען די בתי מדרשים זענען ביי "שחרית" כמעט ליידיג.דער מצב ווערט ערגער און דער מרחק ווערט גרעסער.

כ'האב מורא אז דער קומענדיגער בעש"ט וועט שוין זיין דער מלך המשיח...

תגובה 1: