9/14/2010

דער גלגל הבוחר


אינטערעסאנט ווי די שיטה פון ציונים ווערט געטריבן דורך דער גלות-איד מענטאליטעט און ווייסט נישט פון מנוחה. ביים הקמת-המדינה דור איז סאציאליזם געווען דאס שטאלץ פונעם ציוניסט, פרומען אדער נישט. פון דארט האט ציוניזם זיך איבערגעטראגן צום תורה-מסורה, רעכטן לאגער -- און דער עלעמענט פון לאנד-ווירטשאפטליכן סאציאליזם בכלל נישט באטראכט ווי רעלעוואנט. היינט גייט זי, די דאזיגע שיטה, צוביסלעך אריבער אין רשות פון קריסטנטום. מיר דאכט זיך, אז דער גאנצער רעכטער לאגער וואלט שוואך אנגעפילט דעם פאליש אין דער קריסטליכער ציוניסטער עדה.

דעם איד באשערט צו וואנדערן איבער דער וועלט. א מענטשנס געדאנק איז טייל פון זיין וועזן. דעם איד'ס אויסטראכטענישן מוזן, במילא, טיילן דעם זעלבן גורל. שטייט דאך אינטעלעקט העכער דער מגושמ'טער מקום-קאנצעפט; וואנדערט אזא מחשבה'לע זיך ארום אין זמן...

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה