11/08/2010

ירושלים פון גאלד

די לופט אויפ'ן בארג ווי וויין קלאר 
און דער גערוך פון טענענביימער
טראגט זיך מיט'ן אוונט ווינט
מיט גלאקן קול צוזאם 

אין פארדרימלטער בוים און שטיין
א געפאנגענע אין איר חלום
איז די עלנטע שטאט
מיט א מויער אין הארצן


ירושלים פון גאלד, פון קופער און ליכט
א פידל איך בין 
פאר דיינע געזאנגען אלע


די וואסער-גראבנס זענען פארטריקנט
דאס מארק-פלאץ - פוסט
ליידיג פון באזוכערס איז דער הר הבית
אין דער אלטשטאט

אין די היילן וואס אין די פעלזן
וואיעט דער ווינט
עס נידערט קיינער צום ים המלח
אויפ'ן וועג צו יריחו


ירושלים פון גאלד, פון קופער און ליכט
א פידל איך בין 
פאר דיינע געזאנגען אלע


אבער ווי איך קום אויסזינגען דיין לויב
און דיר אנמעסטן קרוינען
קלענער בין איך פון דעם יונגסטן פון דיינע זין
און נאכ'ן לעצטן פון די פאעטן

ווייל דיין נאמען ברענט זיך איין די ליפן
ווי דעם קוש פון אן עקדיס
א, אויב כ'זאל דיר פארגעסן, ירושלים
דורכויס פון גאלד


ירושלים פון גאלד, פון קופער און ליכט
א פידל איך בין 
פאר דיינע געזאנגען אלע



אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה