12/13/2010

זוכן תירוצים, אבער אויפריכטיג

עס זענען פאראן קשיות אויף וואס מיר קענען געפינען תירוצים. מיר קענען אבער נישט פארענטפערן דעם ענדגילטיגן פארוואס; ד"ה, די ערשטע סיבה פון עקזיסטענץ. די וויסנשאפט פארשט וואס מיר זעען; די דערפינדט זיך אבער נישט קיין "וואס" אויף וועלכן צו דערנאך גיין זוכן א "פארוואס". סייענס לויפט אויף א סיסטעם פון דערקלערן איין וואס מיט א צווייטן וואס. זי זון גיט ארויס ליכט און היץ, ווייל אטאמען אין איר ווערן צונויפגעצוואונגען און לאזן דערביי ארויס די "איבעריגע" ענערגיע. די דאזיגע די אטאמען ווערן צוזאמגעשמאלצן פון דער דרוק וואס די אומגעהויערע היץ אין איר צענטער לייגט אויף זיי ארויף. און אזוי ווייטער.


סייענס זוכט נישט, פרואווט נישט, און פרעטענדירט נישט צו ענטפערן דעם ערשטן אבסטראקטן "פארוואס". ווער זענען מיר? וואס זוכן מיר דא? פארוואס זענען מיר דא? וואוהין גייען מיר? וויסנשאפט שיקט אייך אנפרעגן די קשיות ביי פילאסאפיע -- אפשר אפילו טעאלאגיע. איך פארקויף שיך; מילך וועט איר געפינען אינעם גראסערי אויף דער נעקסטער גאס.


פאראן מענטשן וואס אין די צענערלינג אדער דערוואקסענע יארן פירן ביי זיך אין געדאנק דורך א רעוויזיע אויף זאכן וואס די עלטערן און מחנכים האבן זיי געזאגט. זיי שטויסן זיך אן -- אין מערערע פעלער, צום ערשטן מאל אין לעבן -- אין דער וועלט פון וויסנשאפט, און טרעפן דארט זאכן וואס זענען סותר קאנצעפטן מיט וועלכע זיי זענען אויפגעברענגט געווארן. במסקנא קומען א סך פון די צו דער החלטה צו אפווארפן אלעס וואס זיי האבן ביז היינט געוואוסט. אויב נומער 5 איז נישט אמת, זענען אלע אנדערע מסתמא אויך שקר.


יענע מוזן אבער דערביי געדענקען אז ער מוז געפינען אנדערע תירוצים פאר אלע קשיות פון לעבן, אריינגערעכנט דעם ערשטן, יסודות'דיגן פארוואס. די וויסנשאפט פרעטענדירט אבער אפילו נישט צו באציען זיך צו דער פראגע. סייענס גיט זיך אפ מיט מסביר זיין וואס זי זעט -- זאכן וואס קומען שוין נאך דעם וואס עקזיסטענץ איז צושטאנד געקומען. דער אויסרייד פון "לאזן מיר ווארטן ביז סייענס וועט צו דעם אויך אנקומען" איז אויך נישט בארעכטיגט, ווייל סייענס זוכט דאס נישט. 

אויב איז דיר איז גוט וואס דיין טאטע האט דיר איבערגעגעבן די זאך ווי ער האט זי געהערט פון זיין טאטן, וויאזוי יענער האט עס באקומען פון זיין טאטן, דעמאלט לאזט זיך פארשטיין אז דו זאלסט אפווארפן א פרט וואס האט זיך דיר ארויסגעשטעלט צו זיין פאלש. אזא מסורה-צוגאנג איז אפשר זיכער, אבער לאזט פלאץ פאר טעותים. אויב אבער דו ווילסט אלעס אפווארפן און זיך אליין ארויסלאזן אויפ'ן וועג פון דערגיין דעם אמת, מוזטו געפינען תירוצים פאר אלע קשיות וואס זענען יעצט צוריק שווער געווארן.

די תנאי פון טעאלאגיע צו פשוט גלייבן, ביז א געוויסן פונקט, האסטו אפגעווארפן. ניץ אנשטאט דעם "סייענטיפישן מעטאד" פון שטודירן די דאטאבאזע און באשליסן אויף דעם.  אנדערש לעבסטו אין א סתירה, און סתירות איז א זאך וואס די מאדערנע וויסנשאפט טאלערירט בשום אופן נישט.


תגובה 1:

  1. עס זענען פארהן מושגים אין אמונה וואס מען קען נישט - אדער ס'איז זייער שווער צו - פארשטיין.

    דאס קען זיין אלס חסרון ידיעה, צו אלס חסרון השכל.

    איז אבער אויף סייענס דא מער און שווערערע קשיות.

    אויב אזוי פארוואס די קשיא אויף אמונה שטערט מער ווי די "גרעסערע" קשיא אויף סייענס?

    די סיבה איז ווייל די "דארום" אויף די אמונה "ווארום" , איז מחייב עול, און די "דארום" פון סייענס טראגט צו פריקות עול!!!

    השבמחק