7/18/2012

איך וויל

איך האב זיך אויפגעוואכט פון חוני-המעגל שלאף און זע פאר זיך א נודנע וועלט, וואו דער איינציגער חידוש איז געווענליכקייט. 

כ'האב דאס נישט ליב. מאדנע. נודנע.

איך דארף א געפיל, וואס לאזט זיך אין דער האנט האלטן. איך וויל אטעמען נערונג, אבער דערביי זאגן רק נאך-ברכות. איך זוך יענעם חשבון, וואס פארשטייט זיך מיט קאלירן. 

פארוואס זאל דער קערפער זיך רירן ביים גיין אויף ארויף? און, צי איז עס טאקע אזוי וויכטיג צו פארלירן הייך אויב וויל זיך ליגן? 

איך וויל זען; זאלן די אויגן אבער נאכקומען א קאפיטשקע שפעטער. און אז בשמים געשטעלט אונטער צעברייטערטע נאזלעכער, איז דערפון געדרינגען אז שמעקן איז א חיוב? 

פארוואס, בוים, פעלד און גראז, דווקא פאעזיע? זאג א מאנאטאנעם גוט מארגן. זוך אינספיראציע ביי א צופעליג שטיינדל. 

האלט אראפ אן איבערגעקערטן שירעם. לאז רעגן זיך שווערן ביי נאסקייט. וועסט זען ווי ער פיטערט גרינס בשוגג. 

ברענג, אה וועגעטאריער, א חטאת שמינה. זינג הלל אונטער חושכ'דיג פענסטער פון תשעה-באב נאכט. דערצייל דעם רבונו של עולם א ווילדן חידוש. 

פארטראכט זיך, קאנטעמפּליר די אויבנאויפיגקייט פון פשטות. לייז מיסטעריעס א רגע נאך המפּיל. פארווארף אלע קשיות אין לאנד וואו קאמוניקאציע איז נעכטן ארויס פון דער מאדע. 

דו ווערסט, זאגסטו, יונגער גאר? קום מיט מיר צו יענער שטאט וואו א פייג טרייבט פארשעמטן להכעיס'ניק אין ווינקל פון קרייז. 

נאר געדענקען זאלסטו, אז אריין פירט א שלאס וואס זוכט שוין יארנלאנג זיין טיר.


אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה